װאַָס איז ײִדיש: א פירוש צום עסיי ״װאַס פעלט אונדזער ליטעראַטור?״ פון י־ל פרץ.

אין זײַן עסיי רעדט פרץ װעגן נױטן און צרות פון ידישער ליטעראטור. עס איז נישט פשוט צו נאכפאָלגן פרצן געדאנקן, װי געװײנטלעך, סײַ צוליב זײַן באזונדערער שפראך און סטיל, סײַ צוליב דעם װאס די טעמע איז דעמאָלט געװען נײ, און א סך באגריפן האָבן נאָך נישט באקומן זײערע באשטימטע װערטער. אַנשטאָט צו פאָרלעגן חידושים, פאַרשאַרפנט פרץ די װערטער-נױט, ניצנדיק די זעלבע װערטער אין עטלעכע פאַרשײדענע באַטײטן. אײן מונסטער איז דאָס װאָרט ״ײִּדיש ״.

אַ פנים איז ײִדיש אַ שפראַך, די שפראַך פון אײראָפעישע ײדן. נאָר מיט דאָזיקן פּירוש אַלײן איז עס אומעגלעך צו פֿארשטײן א צאָל זאַצן, אײן מונסטער איז: ״נישט נאָר אױף ײִדיש, ײִדיש מוז געשאַפן װערן״. דאס ערשטע ״ײִדיש״ איז די שפראך, אָבער דאָס צװײטע איז אװדאי עפעס אַנדערש.

װעלכע באַטײַטן, אַחוץ פון ״שפראַך״, טראָגט בײַ פרצן דאָס װאָרט ״ײִדיש״? אײן ענטפער געפינט זיך בײַם סוףֿ פֿון דעם ערשטן קאַפּיטעל: ״נישט אײראָפּע פֿעלט אונדז… ײִדיש פֿעלט, עיברי פֿעלט…״ ס׳טײַטש, ײִדיש איז דאָס זעלבע, אָדער כמעט דאָס זעלבע, װי עיברי ־ דער ײִדישער חינוך, די פֿאָלקס־טראַדיציע. און אין אמת העלפֿט דער דאָזיקער באַטײַט פֿון ״ײדיש״ פֿארשטײן עטלעכע געדאַנקן, למשל, ״ײִדיש מוז זײַן דער שטאנדפּונקט, פֿון װעלכען דאָס קינסלער־פּראָבלעם װערט באַטראַכט״ ־ דאָ ״ײִדישער חינוך״ טױגט גאָר בעסער פֿון ״שפּראַך״.

עס איז דאָך קלאָר אַז עס זײַנען דאָ אױך אנדערע באַטײַטן: אַפילו דער ערשטער מונסטער קען מען נישט פאַרשטײן אױב דאָס צװײטע ״ײדיש״ איז בלױז ״חינוך״. װאָס נאָך דען? אינעם דריטן קאַַפּיטעל קומט פֿאָר ״אײגנאַרט״: אַ זאַמלונג פֿון גײַסטיקע װערטן, באַזונדערע פאַרן ײִדישן פֿאָלק. מיט ״ײִדיש״ װי ״אײגנאַרט״ אױך לײענט און פֿארשטײט מען פּרצן אַ סך בעסער.

װאָלט די װערטער־נױט געװען די אײנציקע סיבה צו באַניצן אײן װאָרט פאַר דרײַ (און אפשר מער װי דרײַ) פֿאַרשײדענע באַגריפן, פּרץ װאָלט נישט געװען אײנער פֿון די גרעסטער ײִדישע שרײַבערס און דענקערס. עס איז דאָ נאָך עפּעס צו צוגעבען צו אונזערן פּירוש. אינעם פֿינפֿטן קאַפּיטעל זעט מען דאָס װאָרט ״ײדישקײַט״, װאָס איז ״נישט קײן שטײנדיק װאַסער״, דער היפוך פֿון ״אַ פֿאָלק אָן ליטעראַטור״. דאַכט זיך אַז די אלע באַטײַטן פֿון ״ײִדיש״ צונױפֿקומנדיק װערן ײדישקײַט: און די ציל איז צו פֿאַראײניקן זײ. ײדישקײַט איז דאָס װאָס פעלט אונדזער ליטעראַטור, און זי קען געקראָגן װערן נאָר װען ײִדיש װי אַ שפראך, ײִדיש װי אַ פֿאָלקס־טראַדיציע און ײִדיש װי אַ זאַמלונגן פֿון גײַטסיקע װערטן קומען צונױף.

Leave a Reply

You must be logged in to post a comment.