בבניה » Yiddish

דער פאָרטרעט פון אַן אידעאַליש װײַב אין אַ פאַָר דערצײלונגען פון אײַזיק מאיר דיק
דער פאָרטרעט פון אַן אידעאַליש װײַב אין אַ פּאַָר דערצײלונגען פון אײַזיק מאיר דיק

אײַזיק מאיר דיק איז געװען אַ משכיל, און דערצו אײנער פון די ערשטע צו  דערציען דאָס פאָלק אין ײדיש דװקא.  דיקס לײענערס זײנען צום מערסטענס געװען װײַבער; פארשטײט זיך אז דער שרײַבער האָט זיך פֿאַרנומען  מיט דער געזעלשאַפטליכער ראָלע און דעם גורל פון אַ װײַב.

דעם שרײבערס בליק אױף אַ װײַב בײַט זיך  פאָרט פון מעשה צו מעשה, אפשר   װען ער איז פונה צו פאַרשײדענע עולמות, אָדער צוליב דער אנטװיקלונג פון זײַן װעלט־אָנשויונג. לאָמיר אַרײַנקוקן אין צװײ דערצײלונגען: ״דער יורד״ און ״די פרומע תרצה״ . די בײדע  זײַנען געדרוקט (און מסתמא געשריבן) געװאָרן  צום אָנהײב פון מאיר דיקס שאַפנטלעכן לעבן, אין די פונפציקע יאָרן פון 18סן יאָרהונדערט, און בלױז פונף יאָר צעשײדן צװישן זײ. אַ װיכטיקער, מען קען זאָגן אפילו דער הױפטער, פארשױן אין בײדע דערצײלונגען איז אַ װײַב, און די דאָזיקע װײַבער זײנען די אײנציקע װײַבער אין זײערע מעשיות. די סיוזשעטן זײַנען אױך ענלעך: דאָס װײַב זעגנט זיך אפּ פון איר באַליבטן, װאָס װערט פאַרשװוּנדען אויפן װעג, און װאַרט אױף אים האָפנונגסלאָז.

עס זײַנען דאָ פאָרט עטלעכע װיכטיקע חילוקים.

סײַ ר׳ צדוקס װײַב און סײַ תרצה זײַנען קלוג און פרום און גוטע בעל־הביתטעס, נאָר ר׳ צדוקס װײַב האָט נישט קײן נאָמען און זאָגט נישט קײן װאָרט אין דער גאַנצער מעשה, בעת תרצה איז פאָרגעשטעלט געװאָרן מיט איר נאָמען,  רעדט אַ סך, און בכלל זעט אױס װי אַ מענש, אַ באַזונדערע פּערזענלעכקײַט.  זײ בײדע הײסן ״אשת חיל״, נאָר תרצה זיצט מיט איר מײדן אין שטוב, שפינט און װעבט, בעת ר׳ צדוקס װײַב פֿאַרנעמט זיך מיט ר׳ צדוקס געשעפֿט, אין װאָס  פאַרשטײט זי ״פֿיל בעסער אַלס ער״.

װען ר׳ צדוק באַזוכט דעם רבֿ, פאָלגט אים זײַן װײַב שװײַגנדיק, און איז אַ פנים מסכים זאָל ער גײן אװעק קײן פרעמדע לענדער. תרצה פרוּװט, להװדיל, צו אָפּרעדן אליעםן, איר חתן, פֿון דער רײַזע, װײנט און זאָגט צו צו װאַרטן אויף אים ביז ״אירע גרויע האָר״.

בײדע װײַבער װאַרטן לאַנגע יאָרן אויף זײערע מענער, נאָר זײער געטרײַשאַפט איז אױך פאַרשײדענע. באװוּסט װערנדיק װעגן ר׳ צדוקס טױט, באַװײנט אים זײַן װײַב אַ גאַנץ יאָר, אָבער נאָך דעם איז זי ממשיך מיט איר לעבן: פירט די געשעפטן, האָט אַ חתונה און אַ קינד. װען ר׳ צדוקס װײַב טרעפט איר פאַרפאַלענעם מאַן אויף איר זונס ברית, צום אָנהײב דערקענט זי אים נישט אפילו.  פון דעסטװעגן בלײַבט תרצה געטרײַ צו זײן טױטן חתן ביסן סוף, דערקענט אים אויף דער רגע און שטאַרבט מיט איר קאָף אױף זײַן ברוסט.

װאָס קען זײַן די סיבה פון אַזאַ שאַרפֿן חילוק? ס׳איז מעגלעך אַז אײַזיק־מאיר דיקס קוקװינקל אויף דער ראָלע פון אַ װײַב איז מיט די יאָרן געביטן געװאָרן, און תרצה איז נײנטער צו דעם אייראָפעישן ידעאל, בעת ר׳ צדוקס װײַב איז מער אלט־צײַטיק. עס קען זײַן דאָך אויך אַ טיפֿע סיבה. אײַזיק מאיר דיק האָט מסתמא געלײענט ספּורי מעשיות פון רבי נחמן דער בראַסלעװער, און אפשר האָבן זײ אויף אים א השפעה געהאַט. ס׳דאכט זיך אז תרצה איז ניט קײן װײַבס פאָרטרעט נאָר אַ משל, און דער פירוש איז, װי געװײנטלעך, די טרױעריקע געשיכטע פון ײִדישן פאָלק. אויב די דאָזיקע סברה איז ריכטיק, עס װערט גאָר גרינגער מפרש צו זײן די מעשה, איר קלאָרע ענלעכקײַט מיט שיר השירים, און דעם  אומבאַפרײַטן און אומגליקלעכן פאַרשױן ־ תרצה.

װאַָס איז ײִדיש: א פירוש צום עסיי ״װאַס פעלט אונדזער ליטעראַטור?״ פון י־ל פרץ.
אין זײַן עסיי רעדט פרץ װעגן  נױטן און צרות פון ידישער ליטעראטור. עס איז נישט פשוט צו נאכפאָלגן פרצן געדאנקן, װי געװײנטלעך, סײַ  צוליב זײַן באזונדערער שפראך און סטיל, סײַ צוליב דעם װאס די טעמע איז דעמאָלט געװען נײ, און א סך באגריפן האָבן נאָך נישט באקומן זײערע באשטימטע װערטער. אַנשטאָט צו פאָרלעגן חידושים, פאַרשאַרפנט פרץ די װערטער-נױט, ניצנדיק די זעלבע װערטער אין עטלעכע פאַרשײדענע באַטײטן. אײן מונסטער איז דאָס װאָרט ״ײִּדיש ״.

אַ פנים איז ײִדיש אַ שפראַך, די שפראַך פון אײראָפעישע ײדן. נאָר מיט דאָזיקן פּירוש אַלײן איז עס אומעגלעך צו פֿארשטײן א צאָל זאַצן, אײן מונסטער איז: ״נישט נאָר אױף ײִדיש, ײִדיש מוז געשאַפן װערן״. דאס ערשטע ״ײִדיש״ איז די שפראך, אָבער דאָס צװײטע איז אװדאי עפעס אַנדערש.

װעלכע באַטײַטן, אַחוץ פון ״שפראַך״, טראָגט בײַ פרצן דאָס װאָרט ״ײִדיש״? אײן ענטפער געפינט זיך בײַם סוףֿ פֿון  דעם ערשטן קאַפּיטעל: ״נישט אײראָפּע פֿעלט אונדז… ײִדיש פֿעלט, עיברי פֿעלט…״ ס׳טײַטש, ײִדיש איז דאָס זעלבע, אָדער כמעט דאָס זעלבע,  װי עיברי ־ דער ײִדישער חינוך, די פֿאָלקס־טראַדיציע. און אין אמת העלפֿט דער דאָזיקער באַטײַט פֿון ״ײדיש״ פֿארשטײן עטלעכע געדאַנקן, למשל, ״ײִדיש מוז זײַן  דער שטאנדפּונקט, פֿון װעלכען דאָס קינסלער־פּראָבלעם װערט באַטראַכט״ ־ דאָ ״ײִדישער חינוך״ טױגט גאָר בעסער פֿון ״שפּראַך״.

עס איז דאָך קלאָר אַז עס זײַנען דאָ אױך אנדערע באַטײַטן: אַפילו דער ערשטער מונסטער קען מען נישט פאַרשטײן אױב דאָס צװײטע ״ײדיש״ איז בלױז ״חינוך״. װאָס נאָך דען? אינעם דריטן קאַַפּיטעל קומט פֿאָר ״אײגנאַרט״: אַ זאַמלונג פֿון גײַסטיקע װערטן, באַזונדערע פאַרן ײִדישן פֿאָלק. מיט ״ײִדיש״  װי ״אײגנאַרט״ אױך לײענט און פֿארשטײט מען פּרצן אַ סך בעסער.

װאָלט די װערטער־נױט געװען די אײנציקע סיבה צו באַניצן אײן װאָרט פאַר דרײַ (און אפשר מער װי דרײַ) פֿאַרשײדענע באַגריפן, פּרץ װאָלט נישט געװען אײנער פֿון די גרעסטער ײִדישע שרײַבערס און דענקערס. עס איז דאָ נאָך עפּעס צו צוגעבען צו אונזערן פּירוש. אינעם פֿינפֿטן קאַפּיטעל זעט מען דאָס װאָרט ״ײדישקײַט״, װאָס איז ״נישט קײן שטײנדיק װאַסער״, דער היפוך פֿון ״אַ פֿאָלק אָן ליטעראַטור״. דאַכט זיך אַז די אלע באַטײַטן פֿון ״ײִדיש״ צונױפֿקומנדיק װערן ײדישקײַט: און די ציל איז צו פֿאַראײניקן זײ. ײדישקײַט איז דאָס װאָס פעלט אונדזער ליטעראַטור, און זי קען געקראָגן װערן נאָר װען ײִדיש װי אַ שפראך, ײִדיש װי אַ פֿאָלקס־טראַדיציע און ײִדיש װי אַ זאַמלונגן פֿון גײַטסיקע װערטן קומען צונױף.